by Dovid Katz
ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן
ט″ז
◊
ווילנא, ווילנע, ווילנה (וילנה) — אַלע דריי אינאיינעם ביי אַ ווילנער איינבינדער אין די הענט…
די דריי (פאַקטיש פיר) נעמען פון דער שטאָט ביי ווילנער יידן גופא
◊
כידוע טרעפט מען אויף די שער⸗בלעטער פון ווילנער אויסגאַבעס דעם נאָמען פון דער שטאָט אַ געשריבענע אויף דרייערליי אופנים, ואלו הן:
(א) ווילנא: אין שיער⸗ניט אַלע טראַדיציאָנעלע אויסגאַבעס, פון סאַמע אָנהייב פון ווילנער יידישן דרוק⸗וועזן סוף אַכצעטן יאָרהונדערט, ביזקל די ראָמס אין זייערע אַלע גלגולים, און ביי טייל אַנדערע יידישע פאַרלעגער אין שטאָט אין דער צווישן⸗מלחמהדיקער צייט; און פון זינט דעם חורבן, אין צאָלרייכע פאָטאָמעכאַנישע איבערדרוקן פון ווילנער ש″סן און אַנדערע יקר⸗המציאותן.
דאָס איז דער טראַדיציאָנעלער אשכנזישער גאַנג, וואָס מ′שרייבט שטאָט⸗נעמען פון אשכנזישע שטעט וועמענס נעמען לאָזן זיך אויס אויפן אומבאַטאָנטן שווא וואָקאַל, מיטן אלף וואָס שטאַמט פון אַראַמיש, אויפן שטייגער פון: האראדנא (גראָדנע), ווארשא, קאוונא, ריגא וכו′. אַזוי אַרום ווערן אשכנזישע שטעט פּסיכאָלאָגיש פאַרהייליקט אין יידישן געדאַנקען⸗גאַנג פון דער אייביקייט; זיי ווערן געשריבן מיטן זעלביקן וואָרט⸗אויסיקן אלף וואָס נהרדעא, סורא און פּומבדיתא.
דער טעאָרעטיש⸗פאָרמעלער אשכנזישער אַרויסרייד איז vílnͻ. פונדעסטוועגן, קען מען זיך משער זיין, אַז אין מערסטע פאַלן איז פונדעסטוועגן חל געווען די יידישע רעדוצירונג (פאַרטונקלונג) פון אומבאַטאָנטן, וואָרט⸗אויסיקן וואָקאַל, אַזוי אַרום אַז ס′רוב וואָלט זיך געלאָזן הערן פּונקט ווי אויף יידיש: vílnǝ.
(ב) ווילנע: מיטן אויפקום פון דער יידישיסטישער באַוועגונג אין שטאָט סוף ניינצעטן, אָנהייב צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, איז הדרגהווייז אויסגעוואַקסן די באַהאַרצטקייט אויף צו שטעלן גלייך אויפן שער⸗בלאַט דעם מאָדערנעם יידישן נוסח: ווילנע. פאָרשער אין ביבליאָטעקן וועלן קענען אַן ענטפער געבן אויף דער פראַגע וועגן דעם ערשטן בוך און די ערשטע ביכער וואָס טראָגן אָט דעם יידישיסטישן סימן מובהק. פאַרן עולם אין קרייזן פון דער יידישער פילאָלאָגיע ווערט די שרייבונג אין פּראַכט⸗בענד צוגעאייגנט שוין צו די ערשטע אויסגאַבעס פון באָריס קלעצקען אין די יאָרן פון פאַר דער ערשטער וועלט מלחמה. דאָס שטעלן דעם יידישן נוסח אויפן סאַמע שער⸗בלאַט פון פּראַכט⸗בענד איז אַ סימבאָלאָגישער מאָמענט אין דער סאָציאַלער און פּאָליטישער געשיכטע פון יידיש.
פאַרשטייט זיך, אַז די פאָרמעלע און אומפאָרמעלע נוסחאות פון לשון שבעל⸗פּה דאָ פאַראייניקן זיך אין דער רעאַליזירונג vílnǝ.
(ג) ווילנה, וילנה: אָט דאָס איז צוואַנציקסטן יאָרהונגערט (ווען גענוי?) געוואָרן דער נוסח ביי העברעאיסטן און ציוניסטן, אונטער דער השפּעה פון דער העברעאישער שפּראַך⸗אַנטוויקלונג אין ארץ ישראל גופא, און אינעם גייסט פון דער העברעאישער שפּראַך באַוועגונג וואָס האָט מיט אַלע כוחות געפּרואווט זיך אָפּטרייסלען ניט נאָר פון השפּעות און עלעמענטן פון יידיש, נאָר וואָדען, אויך פון אַראַמיש און פונעם רבנישן לשון קודש. די כוונה איז געווען אַ פילאָלאָגישער אומקער צום תנ″כישן שניט און במילא צום וואָרט⸗אויסיקן הא. דער ארויסרייד דארף זיין: vílna. אונדז איז אויסגעקומען צו הערן ביי אַ ווילנע אַן אַמאָליקן לערער פון העברעאיש אַפילו דעם היפּערקאָרעקטן vilná מיטן מלרע פאַר אַ צולאָג.
למען השלימות דאַרף מען פאַר דער געשיכטע צוגעבן אויך אַ פערטע שרייבונג:
(ד) ווילניוס: דאָס קען מען טרעפן אין אַ קליינער צאָל שער⸗בלעטער פון ווילנער דרוקן פון 1939 ביזקל 1941, ד.ה. אונטער דער מאַכט פון דער ליטווישער רעפּובליק (אַן ערך סוף אָקטאָבער 1939 ביז זומער 1940) און פון דער סאָוועטישער ליטווישער רעפּובליק (זומער 1940 ביזן אויסבראָך פון דער נאַצישער אינוואַזיע דעם 22טן יוני 1941).
אין מוזייעלע: איינגעקלעפּט אינעם איינבונד פון אַן איינאיינציקן ווילנער ספרל: אַלע דריי יידישע שרייבונגען פונעם נאָמען פון דער שטאָט, אַריינגעקלעפּט פון פאַרשיידענע ביכער אויף צו פאַרהאַרטעווען דעם איינבונד: 1 — ווילנא; 2 — ווילנע; 3 — וילנה.
פאַרעפנטלעכט: אלול תשע″ג סעפּט. 2013
לעצטע הגהה: אַכט טעג אין אלול תשע″ד דעם 3טן סעפּט. 2014